ב"ה יום ראשון, כ"א תשרי תשפ" | 20.10.19  
 
הרב יהושע מונדשיין
עודכן לאחרונה בי"ג אדר תשס"ח
הרבי כותב מכתבים למערכת!
שלושה מכתבים שנתעלמו מן העין, ששיגר הרבי למערכת "דער חבר". השקפתו של הרבי על תפקידו של עתון והאחריות המוטלת על עורכיו.

 

הרבי כותב מכתבים למערכת!

            במקום אחר בגליון הנוכחי נכתבה סקירה קצרה אודות העיתון "דער חבר", שנדפס במונטריאול בשנים תש"ב-תש"ג.

            שם הצבענו על העובדה, שבעיתון זה נתפרסמו שלושה מכתבים של הרבי, שמשום מה נתעלמו מן העין בשעת עריכת סידרת ה"אגרות קודש".

            בגליון הנוכחי המוקדש לעיתון "כפר חב"ד", ראוי להתבונן במבטו של הרבי על תפקידו של עיתון והאחריות המוטלת על העורכים: בשנים מן המכתבים מתייחס הרבי לחובה המוטלת על עורכי העיתון, הן בגלל שמו של העיתון והן בגלל המטרה ששמו להם העורכים בייסוד העיתון.

            המכתבים נכתבו ונדפסו באידיש, ואנו הוספנו עליהם תרגום ללה"ק.

 

 

[א]

באגריסונג פון "מרכז לעניני חנוך" אין ברוקלין, וועלכער שטעהט אונטער דער נשיאות פון כ"ק אדמו"ר שליט"א מליובאוויטש

צו דער רעדאקציע פון "דער חבר",

מאנטרעאל.

ג.ה.!

            דער "מרכז לעניני חנוך" שיקט אייך זיין הערצליכע באגריסונג צו אייער ארבייט אין ארויסגעבען דעם זשורנאל "דער חבר".

            יעדער נאמען האט זיין באדייטונג, און לעגט ארויף א געוויסע אחריות אויף דעם טרעגער פון דעם נאמען.

            דער נאמען "חבר", וואס מיינט באהעפעטן זיך מיט יענעם, לעגט ארויף אויף אייך, די רעדאקציע און מיטארבעטער פון זשורנאל, א באזונדער גרויס אחריות, ווייל איהר שטעלט זיך אלס אופגאבע צו ווערען חברים פון קינדער און יוגענט, אהן אונטערשייד פון וואס פאר א הויז זיי שטאמען און וואס פאר א חנוך זיי האבען באקומען ביז יעצט, מיט דעם צוועק צוצוציהען זיי צום תורה-חנוך און ארויפפיהרען זיי אויף דעם וועג פון קיום התורה והמצוות.

            חברים כל ישראל, ווי עס שטעהט (שופטים כ' י"א) כאיש אחד חברים, זאגט אויף דעם די גמרא (חגיגה כ"ו ע"א) אז די תורה פסק'נט אז בשעת הרגל זיינען אלע אידען איינס. איז מבאר דעם רמב"ם (הל' מטמאי מו"מ פי"א ה"ט), אז אלע אידען זיינען זיך מטהר און זיינען עולה לרגל אין בית המקדש.

            מיר ווינשען אייך, אז איהר זאלט מיטהעלפען אלע אייערע לייענער צו ווערען טהור דורך מי הדעת טהור (רמב"ם סוף הל' מקואות) פון וידעת את ה' אלקיך, ווי כ"ק אדמו"ר שליט"א האט א סך מאל מבאר געווען בארוכה דעם ענין און דעם הכרח פון דער מצוה פון וידעת, און אייערע לייענער זאלען עולה זיין לבית מקדש מעט, ווי די חז"ל (מגילה כ"ט ע"א) זיינען מפרש, בתי כנסיות תפילה ווי עס דארף צו זיין ובתי מדרשות תורה ווי עס דארף צו זיין, ביז דער אויבערשטער ב"ה וועט ברענגען אונז די גאולה שלמה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו, און מיר וועלען אלע עולה זיין למקדש מדי חדש בחדשו ומדי שבת בשבתו להשתחוות לפני ה'.

            בברכת לאלתר לתשובה ולאלתר לגאולה,

            מנחם שניאורסאהן

            (איידעם פון ליובאוויטשער רבי'ן)

            יושב ראש פון ועד הפועל פון מרכז לעניני חנוך

 

 

ברכת ה"מרכז לעניני חנוך" בברוקלין, העומד תחת נשיאות

כ"ק אדמו"ר שליט"א מליובאוויטש

למערכת "החבר",

מאנטרעאל.

א"נ!

            ה"מרכז לעניני חינוך" שולח לכם את ברכתו הלבבית לעבודתכם בהוצאתו לאור של עתון "החבר".

            כל שם הוא בעל משמעות, והוא מטיל אחריות מסויימת על מי שנושא שם זה.

            השם "חבר" שמשמעותו התחברות עם הזולת, מטיל עליכם אנשי המערכת וצוות העובדים בעתון אחריות גדולה במיוחד, מפני שאתם קבלתם עליכם תפקיד להיות חברים לילדים ולצעירים, ללא הבדל מאיזו משפחה הם מגיעים ואיזה חינוך קיבלו עד עתה, ומטרתכם היא לקרב אותם לחינוך על-פי תורה ולהעלותם על דרך קיום התורה והמצוות.

            "חברים כל ישראל",ככתוב (שופטים כ, יא) "כאיש אחד חברים", אומרת על כך הגמרא (חגיגה כו, א), שפסק התורה הוא שבשעת הרגל שווים כל ישראל. ומבאר הרמב"ם (הלכות מטמאי מו"מ פרק יא הלכה ט), שהכל מטהרין עצמן ועולים לרגל לבית המקדש.

            מאחלים אנו לכם, שתסייעו לכל קוראי העתון להיטהר במי הדעת טהור (רמב"ם סוף הלכות מקוואות) של "וידעת את ה' אלקיך", כפי שכ"ק אדמו"ר שליט"א ביאר פעמים רבות באריכות את ענין המצוה של "וידעת" ואת הכרחיותה, והקוראים יעלו לבית מקדש מעט, כפירוש חז"ל (מגילה כ"ט ע"א) בתי כנסיות תפילה כדבעי למהוי ובתי מדרשות תורה כדבעי למהוי, עד שיביא לנו הקב"ה את הגאולה השלימה על-ידי משיח צדקנו במהרה בימינו, ונעלה כולנו למקדש מדי חודש בחדשו ומדי שבת בשבתו להשתחוות לפני ה'.

בברכת לאלתר לתשובה ולאלתר לגאולה,

            מנחם שניאורסאהן

(חדב"נ)

            יושב ראש ועד הפועל של ה"מרכז לעניני חינוך"

 

 

[ב]

א מעסעדזש צו פורים

ווענדונג פון "מרכז לעניני חנוך"

770 איסטערן פארקוויי ברוקלין, נ.י.

 

            צו די קומענדיגע פורים טעג, ווען יעדער פון אונז וועט הערען די מגילה און זיך אריינטראכטען אין דעם וואס עס ווערט דערציילט אין איהר, ווילען מיר אויפמערקזאם מאכען אויף עטליכע פרטים פון דעם וואס עס האט פאסירט בימים ההם בזמן הזה.

            עס איז אויפגעשטאנען א המן האגגי וועלכער האט ארויסגעגעבען די גזרה להשמיד ולהרוג את כל היהודים צו א באשטימטען טאג.

            אסתר המלכה זאגט: לך כנוס את כל היהודים וצומו און דאן וועט זי פרואווען אפשרייען די גזרה.

            מרדכי געהט און קלייבט צוזאמען צענדליגער טויזענטער אידישע קינדער און לערענט מיט זיי תורה. ער לערענט זיי ווי מען וועט מקריב זיין די מנחת העומר ווען דער בית המקדש וועט צוריק אינגאנצען אופגעבויט ווערן.

            די אלע קינדער ווערען אזוי פארכאפט, אז אפילו זעהענדיג די סכנת מות פאר די אויגען שרייען זיי אלע: מיר בלייבען מיט מרדכי ביי דער תורה לחיים או למות!

            און אין דעם זעלבען טאג ווערט די גזירה בטל. המנ'ס מפלה איז שוין פארזיגעלט. די אידען זיינען פאלקאם גערעטעט, כאטש זיי דערוויסען זיך דערפון ערשט אין מערערע חדשים ארום.

            מעשה אבות סימן לבנים.

            עת צרה היא ליעקב. א נייער המן האט ארויסגעגעבען א גזירה להשמיד כו', הי' לא תהי'.

            דארפען מיר וויסען, אז איינער פון די הויפט מיטלען ווי צו מבטל זיין די גזרה

            איינע פון די הופימיטלען עס זאל זיין דער והשבות להמן את גמולו בראשו וליהודים תהי' אורה ושמחה

            איז קלייבען אידישע קינדער און לערנען זיי תורה און אידישקייט;

            דערציילען זיי אז די גאולה שלמה ליגט אין אונזערע אייגענע הענט, און במילא איז ניטא קיין ארט פאר יאוש, ווארים באלד ווי אידען טוען תשובה מיד נגאלין.

            דערציילען זיי אז במהרה יבנה בית-המקדש און מיר אלע דארפען זיין ווערט און צוגעגרייט אויף דינען דעם אויבערשטען;

            און אין דעם זעלבען טאג ווען אידישע קינדער וועלען דורכגעדרונגען ווערען מיט דעם גייסט;

            אין דעם זעלבען טאג וואס זיי ועלען זיין גרייט אויסצושרייען: אתך אנחנו מיט דיר תורה זיינען מיר סיי לחיים סיי למות

            אין דעם זעלבען טאג, פארזיכערט אונז די תורה, איז די גזירה בטל, המן באקומט זיין מיאוס'ן סוף און ביי אלע אידען וועט זיין בקרוב ממש אורה ושמחה וששון ויקר.

            מיט וואונשען פון א פרעהליכען פורים,

            הרב מנחם שניאורסאהן

            (איידעם פון ליובאוויטשער רבי'ן)

            יו"ר ועד הפועל, מרכז לעניני חנוך

 

 

איגרת לפורים

פנייה מאת ה"מרכז לעניני חינוך"

770 איסטערן פארקוויי ברוקלין, נ.י.

           

            לקראת ימי הפורים הבאים, בשעה שכל אחד מאתנו ישמע את המגילה ויתבונן במסופר בה, רצוננו להסב את תשומת הלב לכמה פרטים ממה שאירע בימים ההם בזמן הזה.

            קם לו המן האגגי, שגזר את הגזירה "להשמיד ולהרוג את כל היהודים" ביום מסויים.

            אסתר המלכה אומרת: "לך כנוס את כל היהודים וצומו" ואזי היא תשתדל לבטל בזעקתה את הגזירה.

            מרדכי הולך ומכנס רבבות מילדי ישראל ומלמדם תורה. הוא מלמד אותם כיצד יקריבו את מנחת העומר בשעה שבית המקדש ישוב וייבנה בשלימותו.

            וכל כך "נתפסו" הילדים לתלמודם, עד שאפילו בשעה שראו את סכנת המות לנגד עיניהם צעקו כולם: עמך ועם התורה אנו, בין לחיים בין למות!

            ובו ביום בטלה הגזירה. מפלתו של המן כבר נחתמה. היהודים ניצלו לחלוטין, אף שלהם נודע הדבר רק כעבור חודשים רבים.

            מעשה אבות סימן לבנים.

            עת צרה היא ליעקב. "המן" חדש גזר גזירה להשמיד כו', היה לו תהיה.

            עלינו לדעת, שאחד האמצעים העיקריים לביטול הגזירה

            אחד האמצעים העיקריים שיהיה "והשבות להמן את גמולו בראשו" וליהודים תהיה אורה ושמחה

            הוא, לאסוף ילדים מישראל וללמד אותם תורה ויהדות;

            לספר להם שהגאולה השלימה תלויה בידינו שלנו ולכן אין שום מקום ליאוש, שהרי תיכף שישראל עושין תשובה מיד הן נגאלין.

            לספר להם שבמהרה יבנה בית-המקדש, וכולנו צריכים להיות ראויים ומוכנים לעבוד את הקב"ה;

            ובו ביום שילדי ישראל יהיו חדורים ברוח זו;

            בו ביום שהם יהיו מוכנים לזעוק: אתך עם התורה אנחנו, בין לחיים בין למות

            בו ביום מבטיחה לנו התורה בטילה הגזירה, המן מגיע לקצו הבזוי ולכל היהודים תהיה בקרוב ממש אורה ושמחה וששון ויקר.

            בברכת פורים שמח,

            הרב מנחם שניאורסאהן (חדב"נ)

            יו"ר ועד הפועל, מרכז לעניני חנוך

 

 

[ג]

באגריסונג פון הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל פון "מרכז לעניני חנוך"

ב"ה

למערכת החבר,

שלום וברכה!

            צו דער שבועות און יובילעי נומער פון "חבר", וויל איך דא שרייבען א פאר ווערטער:

            דער יום טוב וואס האט זיין נאמען "שבועות" ווייל "שבעה שבועות תספר לך" זיבען וואכען זאלסטו ציילען, גראדע דעם טאג פון יום-טוב ציילט מען ניט, אבער די אלע טעג ביז דעם טאג מוז מען ציילען און דאן ערשט איז יום-טוב. וואס דאס איז איינער פון די חלוקים פון די שלש רגלים: חג המצות און חג הסוכות זיינען אין דער תורה פרבונדען מיט א באשטימטען טאג אין חודש, שבועות אבער ווערט אין דער תורה אנגעצייכענט אלס דער פופציגסטער טאג פון אנהויב ציילען (עיין ראש-השנה ו, ב).

            וואס קענען מיר אפלערנען דערפון?

*     *     *

            שבועות איז דער יום-טוב ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבען די תורה.

            פאר מתן תורה האט מען אויך געלערנט תורה, ווייל שוין דער ערשטער איד אברהם אבינו איז געווען זקן ויושב בישיבה און אזוי אויך אלע דורות נאך איהם (יומא כ"ח). אבער דאן איז מען געווען אינו מצווה ועושה, מען האט געלערנט מיט אייגענע כחות, ניט האבענדיג נאך דעם ציווי אויף דעם, און ממילא האט מען געקאנט שטייגען נאר לויט די אייגענע כחות, און אפילו די וואס האבען געהאט גרויסע כחות און געשטיגען העכער און העכער, אבער דאס אלץ איז דאך געווען מיט א גבול, ווייל יעדער נברא איז דאך באגרעניצט.

            איז געקומען מתן תורה האט דער אויבעשטער געזאגט (שמות רבה פי"ב): התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל, דורך דעם וואס אני המתחיל, וואס איך גיב זיך אייך אפ מיט דער תורה (שמ"ר פל"ג) וועט איהר קאנען שטייגען למעלה מעלה בלי גבול.

            און נאך: נאך מתן תורה קענען דאס אלע אידען דערגרייכען, סיי א קטן בדעה סיי א גדול בדעה, ווייל יעדער איד האט זיין חלק אין דער תורה.

            דערפאר ווערט עס אויך אנגערופען מתן תורה לשון מתנה ווייל אזא תורה מיט מאור שבתורה קען מען באקומען נור במתנה, און ניט אויסהארעווען מיט אייגענע כחות.

            - דערמיט פארשטעהט מען אויך פארוואס משה רבינו בהר סיני הי' לומד תורה ושוכח אז לסוף אמר איני יודע דבר, ביז וואנעט דער אויבערשטער נתן לו במתנה (שמ"ר פמ"א, וראה באלשיך) כאטש מיר ווייסען (יומא כ"ח): אז מימיהם של אבותינו לא פסקה ישיבה מהם היו במצרים ישיבה עמהם שנא' לך ואספת וגו', אז משה רבינו האט א סך צעהנדליגע יאהרען פריער געלערנט תורה. -

            א מתנה גיט מען אבער ניט יעדערען, מ'דארף דאס זיין ווערט, ואי לאו דעבד נייחא לנפשי' לא יהיב לי' מתנתי'.

            מיט וואס האבען אידען פארדינט די מתנה? דורך דעם קיום התורה והמצוות פון זייערע אבות, וואס בזכות האבות ניתנה תורה (שמות רבה רפכ"ח), און די הכנה איז געווען דאס וואס אידען זיינען ארויס פון מצרים ערות הארץ און געציילט די טעג ווען וועלען זיי שוין מקבל זיין די תורה און געגרייט זיך צו דעם (מדרש הובא בר"ן שלהי פסחים, ועיין ג"כ זהר ח"ג דף צ"ז).

*     *     *

            אט דאס אלץ דארפען מיר אלעמאל געדענקען; אז לערנענדיג תורה לערענט מען תורת ה', און עס דארף זיין דער ברכו בתורה תחלה ברוך אתה ה' נותן התורה לשון הוה דער אויבעשטער גיט די תורה איצט אין דעם מאמענט ובמתנה, פונקט ווי ביי מעמד הר סיני, וואס דערפאר דארף זיין מה להלן באימה ביראה ברתת ובזיעה אף כאן באימה ביראה ברתת ובזיעה (ברכות כ"ב). עס דארף זיין יראת חטאו קודמת לחכמתו וואס נאר דאן איז חכמתו מתקיימת (אבות פ"ג מ"ט), דאן דארף מען ציילען הארעווען און ליכטיג מאכען אין די אלע ניין און פערציג שערי בינה, וואס דער מענש קען צו זיי דערגרייכען מיט אייגענע כחות, און דורכדעם אלעם איז מען זוכה צום תספרו חמשים יום, אז אין לערנען תורה ווערט ביי איהם וד' עמו שהלכה כמותו בכל מקום (סנהדרין צ"ג): ער לערנט און איז מכוון צום אמת לאמתו, אז אין עבודת וידיעת ה' גיט מען מלמעלה הארות נעלות ביותר (יעויין ר"ן נדרים ל"ח א', רמב"ן תחלת פי' עה"ת ועוד. ואף דאמרז"ל (נדרים שם) חסר אחד שנאמר ותחסרהו מעט מאלקים, הנה כבר אמרו (ע"ז ה, א) אלמלא הן לא חטאו כו' אני אמרתי אלקים אתם).

*     *     *

            שטעלענדיג זיך אלס ציל מיט דער גרינדונג פון דער צייטשריפט "החבר" צו דערגרייכען אויך אין הייזער וועלכע זיינען ביז איצט געווען ווייט פון אידישקייט, דארף מען געדענקען: אז ווי ווייט א איד זאל זיך ניט געפינען און ווי טיף ער זאל ניט פאלען קען ער ארויס מאפילה לאור גדול, מ'טאר זיך פון איהם ניט מייאש זיין און מען דארף אויך איהם זאגען אז ער טאר זיך מיט מייאש זיין.

            מען דארף איהם דערציילען, אז אני ד' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים, דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו העלפט איהם און ציט איהם ארויס פון זיין גראבקייט, פונקט ווי ער האט ארויסגענומען די אידען פון מ"ט שערי טומאה אין מצרים.

            מען דארף איהם זאגען: אז ער דארף נור דערוועקען זיין רצון, זיין נקודת פנימיות היהדות פינטעלע איד וועט ער שטייגען העכער און העכער ביז אז דורכמאכענדיג אלץ וואס ער קען דערגרייכען מיט זיינע אייגענע כחות וועט ער באקומען במתנה מלמעלה, אז מקדשין אותו הרבה מלמעלה (יומא ל"ט). און עס וועט זיין ביי איהם דער חרות מן היסורים, חרות מן הגליות.

            מיט וואונש פון הצלחה אין אייער ארבייט, ובברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

            לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה!

            הרב מנחם שניאורסאהן

 

 

ברכתו של הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל של ה"מרכז לעניני חנוך"

 

ב"ה

למערכת "החבר",

שלום וברכה!

            לחג השבועות ולגליון היובל של ה"חבר", רצוני לכתוב כאן כמה מלים:

            החג הנקרא בשם "שבועות" על-שם "שבעה שבועות תספר לך" הנה דוקא ביום החג עצמו אין סופרים, אבל בכל הימים שעד אותו יום חייבים לספור ורק בסיום הספירה חל החג. שזהו אחד החילוקים שבשלושת הרגלים: את חג המצות וחג הסוכות מקשרת התורה ביום מסויים בחודש, מה שאין כן חג השבועות מצויין בתורה כיום החמישים לספירה (עיין ראש-השנה ו, ב).

            מה יכולים אנו ללמוד מכך?

*     *     *

            חג השבועות הוא החג שבו נתן לנו הקב"ה את התורה.

            גם לפני מתן-תורה למדו תורה, שהרי כבר היהודי הראשון אברהם אבינו היה "זקן ויושב בישיבה" וכך גם כל הדורות שאחריו (יומא כ"ח). אבל באותו זמן הם היו בבחינת "אינו מצווה ועושה"; הלימוד היה בכוחו של האדם עצמו ללא שנצטווה על כך, וממילא היו יכולים להתעלות רק בהתאם לכוחותיהם שלהם, ואפילו אלו שנתברכו בכוחות מעולים והתעלו מעלה מעלה, אבל כל זה לא היה אלא במדידה ובהגבלה, שהרי כל נברא הוא בעל גבול.

            עד שהגיע יום מתן-תורה, שאז אמר הקב"ה (שמות רבה פ' י"ב): התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים, ואני המתחיל. על-ידי ש"אני המתחיל" שאני נותן לכם את עצמי עם התורה (שמות רבה פ' ל"ג) תהיו אתם יכולים להתעלות מעלה מעלה בלי גבול.

            ועוד: אחרי מתן-תורה יכולים כל ישראל להגיע למעלה זו, בין קטן בדיעה ובין גדול בדיעה, שהרי לכל יהודי יש את חלקו בתורה.

            גם מטעם זה נקרא הוא "מתן תורה" לשון מתנה מפני שתורה שכזו עם המאור שבה יכולים לקבל רק במתנה, ולא באמצעות עמל ויגיעה בכוחות עצמו.

             - בכך מובן גם מדוע כל ארבעים יום שעשה משה רבינו בהר סיני היה לומד תורה ושוכח ולבסוף אמר "איני יודע דבר", עד שהקב"ה נתן לו את התורה מתנה (שמות רבה פ' מ"א. וראה באלשיך), אף שיודעים אנו שמימיהם של אבותינו לא פסקה ישיבה מהם היו במצרים ישיבה עמהם, שנאמר "לך ואספת" וגו', שעוד עשרות רבות של שנים מקודם כבר למד משה רבינו תורה. -

            אך לא לכל אחד נותנים מתנה; צריכים להיות ראויים לכך, ואי לאו דעבד נייחא לנפשיה לא יהיב ליה מתנתיה.

            במה זכו ישראל למתנה זו? על-ידי קיום התורה והמצוות של אבותיהם, שבזכות האבות ניתנה תורה (שמות רבה ריש פ' כ"ח), וההכנה לכך היתה בזה שיצאו ממצרים ערות הארץ וספרו את הימים, מתי כבר יקבלו את התורה, והכינו עצמם לכך (מדרש, הובא בר"ן שלהי פסחים. ועיין ג"כ זוהר ח"ג דף צ"ז).

*     *     *

            את כל זאת עלינו לזכור תמיד; שבשעה שלומדים את התורה לומדים את תורת ה', וצריך להיות ה"ברכו בתורה תחילה" ברוך אתה ה' נותן התורה לשון הווה הקב"ה נותן את התורה עתה, ברגע זה, ובמתנה, בדיוק כפי שהיה במעמד הר סיני, אשר על כן צריך להיות "מה הלן באימה ביראה ברתת ובזיעה אף כאן באימה ביראה ברתת ובזיעה" (ברכות כ"ב). צריך שתהיה יראת חטאו קודמת לחכמתו, שרק אז חכמתו מתקיימת (אבות פ"ג מ"ט), ואז צריכים לספור לעמול ולהאיר בכל מ"ט שערי בינה שהאדם יכול להגיע אליהם בכוחות עצמו, ועל-ידי כל זה זוכים ל"תספרו חמישים יום" שבלימוד התורה נהיה אצלו "וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום" (סנהדרין צ"ג): הוא לומד ומכוין אל האמת לאמתו, שבעבודת וידיעת ה' נותנים מלמעלה הארות נעלות ביותר (יעויין בר"ן נדרים ל"ח א', רמב"ן תחילת פירושו על התורה ועוד. ואף דאמרז"ל (נדרים שם) חסר אחד שנאמר ותחסרהו מעט מאלקים, הנה כבר אמרו (ע"ז ה, א) אלמלא הן לא חטאו כו' אני אמרתי אלקים אתם).

*     *     *

            בהציבכם לכם למטרה בייסוד עתון "החבר" להגיע גם למשפחות שעד עתה היומרוחקות מיהדות, יש לזכור: כמה רחוק שהיהודי לא יהיה וכמה עמוק שלא יפול, יש ביכלתו לצאת מאפילה לאור גדול; אין להתייאש ממנו וגם לו צריכים לומר שאסור לו להתייאש.

            יש לספר לו ש"אני ד' אלקיכם אשר הוצאת אתכם מארץ מצרים", הקב"ה בכבודו ובעצמו מסייע לו ומעלה אותו מגסותו, בדיוק כפי שהוציא את ישראל ממ"ט שערי טומאה במצרים.

            יש לומר לו שאין הוא צריך אלא רק לעורר את רצונו, את נקודת פנימיות היהדות "פינטעלע איד" ואז יתעלה מעלה מעלה, עד שכשיבצע את כל מה שיש ביכלתו להגיע בכוחותיו שלו, יקבל במתנה מלמעלה ש"מקדשין אותו הרבה מלמעלה" (יומא ל"ט). ותהיה אצלו חירות מן היסורים, חירות מן הגליות.

            בברכה להצלחה בעבודתכם, ובברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה!

            הרב מנחם שניאורסאהן

                                                            (כפר חב"ד גל' 1000)




הוסף תגובהתגובות